זונטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תולדות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ברוך מרדכי רובין הי"ו.
ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.
ב"ר יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק', ווי דער רבי האט זיך צווישן אנדערע אומגעקוקט אינעם נייעם פארגרעסערטן סטארעדזש, און די פארברייטערטע רחיים של יד אפטיילונג ווי דער רבי האט אנגעוויזן פארשידענע הוראות.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 9:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א - מו"ץ, און הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון גינת קליין צום מעמד 'סיום מסכת נזיר והתחלת מסכת סוטה' אין ראם פון חבורת יסודי התורה,
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א וועלכע האט אויפגערופן הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א זאל אויפטרעטן לכבוד חמיו הרבני החסיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - פטרון החבורה סניף קרית יואל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פארן פטרון החבורה הרבני החסיד ר' עקיבא הערש הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויתן לך אלקים משמני הארץ און ארויסגעברענגט אז אין המצוה נקראת אלא ע"ש גומרה, און די געוואלדיגע שמחה פון תושבי ק"י און פון אלע אנ"ש די בכל אתר ואתר וואס האבן מסיים געווען די מסכת, און ארומגערעדט דברי חיזוק אויף ווייטער אז מען הייבט אן מסכת סוטה וואס איז א גרינגערע מסכת, און מעורר געווען זיך צו מקבל זיין עס צו לערנען מיט א קביעות גמור,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשובן פטרון החבורה הרבני החסיד ר' עקיבא הערש הי"ו און אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע מסיימים און מתחילים,
דער רבי האט געמאכט די סיום מסכת נזיר און אנגעהויבן מסכת סוטה און געזאגט די הדרן,
מיט קדיש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~