שבת קודש פרשת חיי שרה - מבה"ח כסלו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת חיי שרה - מבה"ח כסלו=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה משולם ב"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו, החתן משה מנחם ב"ר נחום שמשון שווארץ הי"ו, החתן יעקב משה ב"ר אהרן דוד יצחק רובינשטיין הי"ו.
ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרב נחמן כהנא שליט"א - ב"ב.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויקח העבד נזם זהב בקע משקלו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען זאגט שיעורים ביי א בן נח.
קה אכסוף: ר' יחזקאל בראך הי"ו - ב"ב.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' הערש מ'רימנוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט ל' חשון ר"ח כסלו.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אביגדור שישא הי"ו - בית שמש.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:15.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר מנחם שלמה ראזענבערגער שליט"א - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ברוך יודא קליין הי"ו.
כהן: ר' יושע הערש גליק הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: ר' אברהם ארי' העללער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל הינדא ע"ש הרבנית אשת חבר הרה"ק בעל אהבת ישראל מ'וויזניץ זצ"ל.
רביעי: החתן הערשל בהר"ר איתמר מייזליש שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן משה משולם ב"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב מרדכי פנחס עקשטיין הי"ו.
ר' אברהם שעהר הי"ו.
ר' יצחק אלימלך וויינבערגער הי"ו.
ר' יו"ט לעווי הי"ו.
ר' מרדכי יוסף הערשקאוויטש הי"ו.
ר' ישראל זאב גאנדל הי"ו.
שביעי: הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א - אב"ד ווייטצען.
הוספות: החתן אברהם דוד ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו.
הרה"ג ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א - אב"ד גמזו.
אחרון: הר"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, בן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א. מפטיר: הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א - אב"ד באלטימאר.
הגבה: הרה"ח ר' רפאל עקשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו - וומ"ס.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יואל ראזענבערגער שליט"א - טאהש.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכלי הפאליש די שמחת הקידושא רבה לרגל הולדת הבת אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה, און דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דבק דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואברהם זקן בא בימים און ארויסגעברענגט אז אברהם אבינו האט זיך באניצט מיט מידת היראה און מידת ענוה צו קענען מצמצם זיין זיין שטארקע מידת אהבה צו הקב"ה, און דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע וואס ער שרייבט אויף די נאמען הינדא וואס מען האט געגעבן אז דאס איז די אותיות פונעם שם א-דני מיט די ה' פונעם שם הוי"ה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אורי יודא קויפמאן הי"ו.
כהן: הר"ר נחמן כהנא שליט"א - ב"ב.
לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו.
שלישי: נכד רבינו הרה"ג אב"ד ראצפערט שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו - מאנטריאל.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און ארויסגעברענגט אז דורך די כח המוכיח וואס ליגט אין די תורה הקדושה איז מען זוכה צו הערן די בת קול היוצאות מהר חורב און מען ווערט נתעורר צו תשובה שלמה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אברהם דוד ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:40.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון ישיבת באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~
ארום 10:40 איז דער רבי אנגעקומען אין נייטרא קעמפ אין וואדבערן צום מסיבת מלוה מלכה נאכן דערהויבענעם שבת בראשות הרה"ג המשפיע ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א דורך חבורת 'ותלמודו בידו' שע"י ישיבות קטנות בק"י,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים בק"י וועלכע האט פארגעשטעלט די מטרת און די פירות פונעם חבורה,
דערנאך איז פארגעקומען די סיום ווי די צענדליגע בחורים האבן מסיים געווען די פילע מסכת הש"ס, און הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה סניף אבני צדק האט געזאגט די קדיש,
דערנאך האט די בוחן הרה"ג ר' אברהם שווארץ שליט"א פון ארה"ק פארהערט די בחורים א לענגערע צייט בע"פ בשעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי החבורה און פאר אלע בחורים, און עקסטער פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - פטרון החבורה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון עוסק זיין בתורה אין די פרייע צייטן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און פאר די ראשי החבורה,
מען האט געענדיגט ארום 11:20, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע וואך.
~🌴~