שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו בצל הקודש אין בעטעלהעם ניו העמפשיר.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו בצל הקודש אין בעטעלהעם ניו העמפשיר.
דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל.
ערב שבת קודש ארום 6:30 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.
נאכן מקוה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד די מעמד 'חלוקת הפרסים' פאר די בחורים וואס האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע.
דער רבי האט איבער גענומען די שטרות פון די בחורים מיט א געוואלדיגע קורת רוח ופנים צהלה, און דערנאך איבער געגעבן א ספר 'יושר דברי אמת'.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר דוד שלמה לאוב - מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20
דערנאך איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת, און שלום נעמען.
ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען פילצאליגע געסט זקנים ונערים.
אשת חיל האט דער רבי אליינס אנגעהויבן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז-ק"י ומנה"ר בישבה"ק - סניף קדושת יואל.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן.
מנוחה ושמחה: הר"ר מענדל פריעדמאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אתה החילות להראות את עבדך את גדלך.
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מת ומשלם.
קה אכסוף: הר"ר נתן הערש בריסק.
ברכת המזון: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון ר' שמשון ווערטהיימער ז"ל, וואס די יארצייט איז געפאלן דעם שבת, ט"ו אב.
קה רבון עלם: ר' חיים יצחק שלמה ברוק.
מען האט אויפגעגעבן פירות.
און די חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
ווי אויך זענען אריבער נעמען פירות די קבוצה בחורי בעלזא וועלכע וויילן אין די טעג אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
אז ביום השביעי: ר' גבריאל יודא אילאוויטש.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:50
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:45
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען איז נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' משה הערש ווידער.
פסוקי שמע ישראל: ר' מענדל פריעדמאן.
עס האבן עולה געווען: כהן: ר' לוי יצחק שעהנברוין.
לוי: הב' אברהם יודא ארי' ב"ר יואל העללער.
שלישי: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א.
רביעי: ר' יואל שלמה יאקאב.
חמישי: הר"ר אהרן יקתואל בערקאוויטש שליט"א.
דער רבי'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל.
דער רבי האט זיך באדאנקט, און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הב' הבר מצוה ב"ר דוד ווערטהיימער.
הוספות:
ר' יצחק צענווירטה.
ר' חיים יצחק שלמה ברוק.
ר' אהרן שאול סאנדעל.
ר' ברוך נחמן הערשקאוויטש.
ר' ישראל יעקב בראך.
ר' מענדל מאיר שווארץ.
ר' שלום העניך פריעדמאן.
הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן.
ר' משה מארקאוויטש.
ר' יואל ברש"ע מיטטעלמאן - מאנטריאל.
אחרון: ר' יצחק בער עפשטיין.
מפטיר: ר' מענדל פריעדמאן.
הגבה: הב' משה ב"ר שמעון שמואל בערקאוויטש.
גלילה: הב'
שמואל משה ני"ו בהרה"ג יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל.
צו מוסף איז רבי צוגעגאנגען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א.
צו אנעים זמירות איז צוגעגאנגען: ר' מרדכי אהרן זאבעל.
פתיחה צו אנעים זמירות ר' דוד ווערטהיימער.
מען האט געענדיגט ארום 1:00
ביים בייטאג טיש איז דער רבי אריבער געקומען צו די זמירות ארום 2:40
דער רבי האט טועם געווען קוגל און האט געוואונטשן לחיים.
דער רבי האט מכבד געווען ר' יואל פריעדמאן - מאנסי.
מיט ברוך ה' יום יום.
ברוך קל עליון: ר' דוד ווערטהיימער.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק נחמו נחמו עמו יאמר אלוקיכם.
דער רבי האט נאך געברענגט פונעם נועם מגדים אז נחמו נחמו עמי יאמר איז בגי' תפילין. דער רבי האט זיך האט זיך געשטעלט וואס איז די שייכות.
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון גורעין ומוסיפין ודורשין.
ברכת המזון: הר"ר אהרן יקתואל בערקאוויטש.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו מנחה ארום 8:50
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' ישראל יעקב בראך.
ביים ליינען איז מכובד געווארן מיט הוצאה והכנסה ר' אברהם סאמעט.
כהן: ר' שלמה שעהנברוין.
לוי: הב' שמואל הערש ב"ר מנחם ישעי' לעווי.
שלישי: הב' אברהם ב"ר שמעון שווארץ.
הגבה פארן רבי'ן איז געקויפט געווארן דורך ר' אהרן יוסף ווייס.
דער רבי האט זיך באדאנקט.
גלילה: הב' אברהם ב"ר שמעון שווארץ.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה ר' אהרן שאול סאנדעל.
שיר המעלות: ר' שלום העניך פריעדמאן.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אויפן פסוק נחמו נחמו עמו יאמר אלוקיכם.
דער רבי האט נאך געברענגט פונעם נועם מגדים אז נחמו נחמו עמי יאמר איז בגי' תפילין. דער רבי האט זיך האט זיך געשטעלט וואס איז די שייכות.
דער רבי האט געפרעגט ווי אזוי קען מען זיך טרייסטן אויפן ביטערן חורבן.
דער רבי האט ארויס געברענגט דעם ציון במשפט תפדה ושביה בצדקה, אז ירושלים גייט ווערן אויפגעבויעט פארן אויבערשטנס כבוד וועגן בדין ומשפט, און כלל ישראל גייט אויסגעלייזט ווערן במתנה כאטש מען איז דאס נישט ווערט, צוליב דעם אויבערשטנס כבוד, וואס דער אויבערשטער איז מיט אונז אין גלות.
דער רבי האט נאכגעברענגט אז תפילין איז א לשון פון צוגעבינדן, אז מיט דעם בינדן זיך אידן אן אינעם אויבערשטן, און אויב אזוי קען מען זיך טרייסטן אז מען וועט אויסגעלייזט ווערן.
דערנאך האט דער רבי מסביר געווען דעם כפל הלשון נחמי נחמי עמי, אז די דאפלטע נחמה איז אנטקעגן דעם לקתה בכפליים, אז אידן האבן זיך במשך הגלות מצער געווען דאפלט, אויפן גלות, און אויף די צער השכינה, דעריבער וועט די נחמה זיין דאפלט.
ידיד נפש: ר' יואל קליין - מאנסי.
קל מסתתר: ר' אהרן יוסף ווייס.
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני השתוקקות וגעגיעים לגאולה.
דער רבי האט געבענטש על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א.
מעריב מוצ"ש האט געדאוונט פארן עמוד ר' אהרן שאול סאנדעל.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:20
ביים ארויס גיין פון ביהמ"ד נאך מעריב האט מען געזינגען כי מלאכיו לרגל דער רבי'ס צוריקקער דעם היינטיגן זונטאג למעון קדשו אין קרית יואל.
~🌴~