דאנערשטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם מנחם ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.
ב"ר חיים דוב יעקב ניימאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
תיכף נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה און באגלייט די מטה פון הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל ע"ה,
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אין ישיבה ווי דער רבי האט פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעור השבוע.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,
אויך האט דער רבי פארטיילט א לעדערנע זמירות פאר די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת כתובות וואס מען האט געלערנט פארגאנגענע יאר.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שעהר הי"ו און הרה"ח ר' הערשל זאבעל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז אריבערגעקומען ישיבה תורה תמימה פון לעיקוואד בראשות הר"ר בנימין מרגליות שליט"א ווי זיי האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף מסכת גיטין,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~