מיטוואך חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ציון סאאל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהר"ר אברהם שמעון אפפענהיים שליט"א.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען געקומען אויף א פארהער בביתו נאוה קודש די עלטסטע כתה פון די נייע אפטיילונג פון מוסדותינו הק' וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ סדר ויקרא,
דער רבי האט פארהערט די קינדער פאר א לענגערע צייט מיט גרויס הנאה, און דערנאך פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די קינדער.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' חיים יודא לייבוש באב"ד שליט"א - ר"י תורת חסד לאנדאן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אורי יודא קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה וויזעל הי"ו - בית שמש,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~