שבת קודש פרשת וירא - שבת שבע ברכות של נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וירא - שבת שבע ברכות של נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א=
ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אין באגלייטונג פונעם חתן ומחותנים, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א - ר"י ישיבת דושינסקיא ירושלים.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
כל מקדש: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א - ירושלים.
מנוחה ושמחה: הר"ר צבי אביגדור פעקעטע שליט"א - אב"ד נאפקאר מאנסי.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירא אליו ה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון הפקר עושה קנין.
קה אכסוף: הר"ר שלמה רובין שליט"א - ב"פ.
ביים טיש איז אויך פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון נכדת הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ברכת המזון: די זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
מיט די שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען,
ברכות ראשונות: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ברכה אחריתא: הרה"צ רבי יעקב ישכר בער ראזענבוים שליט"א - אדמו"ר מנדבורנא לינסק.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אויך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי ר' אברהם מנחם ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
דערנאך האט הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט פאסיגע חרוזים, און דערנאך האט רבינו שליט"א מרקד געווען לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן.
דערנאך האבן געטאנצען לפני הכלה די זיידעס האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און האדמו"ר מטאמשוב שליט"א, און די מחותנים אבי החתן שליט"א ואבי הכלה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן אז ביום השביעי אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן ומחותנים ובני המשפחה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:50.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"צ אב"ד נאפקאר מאנסי שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט די מחותן הר"ר ארי' מנחם מענדל רובין שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום נויפעלד הי"ו - ירושלים.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א.
כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברוין שליט"א - וומ"ס.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
רביעי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
חמישי: האדמו"ר מטאמשוב שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברח"ב פילאפף הי"ו.
ר' יואל זאב שווארץ הי"ו.
ר' ליפא ברא"ש בראך הי"ו.
ר' אברהם בר"א פארגעס הי"ו.
ר' מאיר זידא ברב"י ווייס הי"ו.
ר' יוסף בר"י בערגער הי"ו.
שביעי: האדמו"ר מנדבורנא לינסק שליט"א.
הוספות: החתן הרב ישעי' רובין שליט"א.
החתן בהר"ר איתמר ראזענבוים שליט"א.
החתן ב"ר יואל וויינגארטן הי"ו.
החתן ב"ר אברהם יודא סאמעט הי"ו.
החתן ב"ר אשר אנשיל זאלדאן הי"ו.
אחרון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
הגבה: הר"ר יוסף משה פארגעס שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם יודא סאמעט שליט"א - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל וויינגארטן הי"ו - מאנסי.
כהן: הרה"ח ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'יקח נא מעט מים ורחצו רגליכם' און ארויסגעברענגט אז אויף די הארבע עבירות וואס עס איז נישט גענוג תשובה אליינס נאר עס פעלט זיך אויס ח"ו מיתה איז דא א עצה זיך צו מקבל זיין מסירות נפש פאר הקב"ה און מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה, במילא ווערט עס גערעכענט כאילו מען האט זיך מוסר נפש געווען און די תשובה ווערט נתקבל, פון ווי ווייסט מען אבער צו מען מיינט עס ערענסט? אז מען גיבט צדקה זעט מען אז די מענטש איז גרייט אוועקצוגעבן פון זיך נעמט מען אן אז ער איז אפילו זיך גרייט אינגאנצן אוועקצוגעבן פאר הקב"ה, און דאס איז פשט פון וצדקה תציל ממות אז דורכ'ן געבן צדקה ווערט נתברר אז מען איז זיך גרייט מוסר נפש צו זיין פאר הקב"ה במילא פעלט נישט אויס מיתה בפועל נאר עס איז גענוג אז מען איז זיך מקבל מסירות נפש פאר הקב"ה, אבער אויב גיבט מען צדקה און מיט דעם וויל מען זיך פטר'ן אן תורה ותפילה ווערט עס נישט אנגענימען לרצון פאר הקב"ה,
אזוי אויך האט דער רבי געזאגט אז עס איז דא די עצה פון אויפשטיין פארטאגס לערנען וואס זקינו הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע זאגט אז מיט דעם קען מען יוצא זיין די ענין פון מסירות נפש און עס פעלט נישט אויס קיין מיתה בפועל און עס ניצט תשובה אפילו אויף די הארבע עבירות.
ידיד נפש: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום נויפעלד הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן הרב ישעי' רובין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:50.
~
ארום 10:45 איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרבצת התורה פון זקינו הרה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל און סיפורים פונעם ארי' דבי עילאה זי"ע,
אזוי אויך האט דושינסקיא רבי שליט"א איבערגעגעבן א גרוס פון זיין באזוך אין ישיבה גדולה שיעור ד' ווי מ'האט געדאווענט שחרית מיט די בחורים פארגאנגענע וואך עטליכע מאל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 11:40 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד אהל פיגא צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
מען האט געזינגען זמירות פון מלוה מלכה,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א - מנהל קביעות עתים לתורה וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע שעות תורה וואס עס קומט ארויס פון די ביהמ"ד,
דערנאך האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דברי תורה און ארומגערעדט בדברי שבח פון קרית יואל.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי דרוש ווי דער רבי האט דערמאנט א קשיא וואס איינער פון די קינדער פון האדמו"ר מטאמשוב שליט"א האט געפרעגט אויף די תורה פון פרייטאג צונאכטס און עס פארענטפערט,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברי שבח פונעם ביהמ"ד זאגענדיג אז די ביהמ"ד איז די מערסט באנוצטע ביהמ"ד אין ק"י נאכן ביהמ"ד הגדול, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, און פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, און פארן מחותן, און די חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות ר' יוסף חיים ראטענשטרייך הי"ו,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
ברכות ראשונות: די אבי החתן שליט"א,
ברכה אחריתא: הרב ברוך רוקח שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע וואך.
~🌴~