דאנערשטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יעקב אהרן בוקסבוים הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבער די מצב אין ארה"ק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מנחה איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן פאר נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, וחתן הר"ר יושע רובין שליט"א - אב"ד ראדאוויץ בן הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, די סעודה איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
נאכן זיך וואשן איז פארגעקומען דער פדיון, אלץ כהן האט געדינט נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן: דער אבי הבן שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א און האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט''א.
נאך די פלייש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני פדיון הבן, און מסיים געווען בברכת הקודש.
מיט בענטשן האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם כהן, מען האט געענדיגט ארום 8:15.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' זלמן לייב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' הערש אלימלך ברא"י ווערצבערגער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~