מיטוואך וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר דוד מאיר שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור און די בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם שמואל אראן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון שאפינג סענטער ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בת בנו הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה ופלפול איבער עניני נשואין און איבער די שווערע מצב בארה"ק,
דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתן און פארן דיין שליט"א, מחותנים און די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתן און דערנאך מיט די מחותנים און עקסטער אין א מחול לצדיקים מיטן דיין שליט"א און מיט די אנדערע חשובע זיידעס,
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 8:25 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א, ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די חשוב'ע סופרים פון ק"י,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות,
ביים שבע ברכות האט צום ערשט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע פעולות פונעם איגוד הסופרים וואס איז געגרינדעט געווארן בברכת ובעידוד הקודש פון רבינו שליט"א,
במשך די סעודה האבן עטליכע סופרים אויפגעטרעטן ווי זיי האבן דערביי אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע הדרכות און הוראות וואס איז נוגע פאר סופרים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת,
דערביי האט דער רבי ארומגערעדט איבער פארשידענע נייע הידורים בעניני סת"ם און אויסגעשמיעסט באריכות אלע צדדים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארום גערעדט בעניני שמחת חתן כלה און איבער די חשיבות פון סופרים און אנגעוואונטשן פאר די אלע סופרים ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן און ארומגעטאנצן די זאל פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ ויו"ר וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה דקהלתינו הק',
ברכות ראשונות: הרה"ג ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א - ר"י דושינסקיא ירושלים,
ברכה אחריתא: הר"ר יואל יעקב דושינסקיא שליט"א - רב דקהילת דושינסקיא לאנדאן,
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~