זונטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר מנחם טייטלבוים הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא בודק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"י וויינגארטן הי"ו און הר"ר יוסף משה פארגעס שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר איתמר ראזענבוים שליט"א און הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד שמואל לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' משה יודא גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אלימלך שלמה שווארץ הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שבת,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' שמעון שטערן שליט"א - האדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי לרגל די שמחת התנאים פון בנו החתן ני"ו וואס איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט באולם שע"י ביתו נאוה קודש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים האדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי שליט"א און הר"ר מרדכי מתתי' האלפערט שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין א קבוצה בחורי אנשי שלומינו וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי די מעמדים בצל הקודש במשך חודש תשרי העעל"ט,
דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט א מתנה א זמירות ברך משה פאר אלע בחורים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~