דאנערשטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו.
ב"ר יואל מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל יצחק ראטה הי"ו.
ב"ר ראובן פאלאטשעק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה פנחס ווידער הי"ו און הרה"ח ר' אלקנה יעקב הערש מאיראוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ציון עבדי' מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' אלי' יואל סאלאמה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל בראך הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' ארי' ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~