מיטוואך לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ישראל ליכטענשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים זלמן ווייסבערג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המוהדרת דקהלתינו הק' ווי מען האט בעז"ה אנגעהויבן די וואך די מאסיווע אפעראציע צוצושטעלן די טויזענטער פונט מצות פון די בארימטע "קרית יואל'ער מצה בעקערי" וואס איז באקאנט מיט אירע פילצאליגע הידורים,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם בעקערי פאר א לענגערע צייט ביי אלע אפטיילונגען און געהערט א באריכט פונעם מנהל בית האופה הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו איבער די פרישע הידורים און תיקונים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן די יאר.
ארום 2:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד פון ווי דער רבי האט אפגערייזט אויף א בליץ באזוך אין מאנטריאל לרגל די שמחת החתונה פון החתן בן בנש"ק הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פאנטאסטישע סכומים פאר קהלתינו הק' די בכל אתר ואתר.
די פליגער האט זיך געהויבן ארום 3:50, און געלאנדעט ארום 4:35 אינעם לופטפעלד אין מאנטריאל קאנאדע.
פונעם לופטפעלד איז דער רבי צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו אלץ הכרת הטוב פאר זיין אסטראנאמישע נדבה פארן מקוה טהרה החדש אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי געפארן צו בית מדרשינו הגדול,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 6:15, צום ערשט איז דער רבי אריין בהיכל הכולל ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: ר' בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו,
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אנ"ש און די ילדי תשב"ר אריבער שלום נעמען, דערביי האבן שלום גענומען א משלחת פון דייני בעלזא מאנטריאל.
דערנאך איז דער רבי געפארן צו די ארמון זאל אין מאנטריאל צום שמחת החתונה,
דער רבי איז אנגעקומען צום זאל ארום 7:15 מלובש בבגדי שבת (אלץ נכדי זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע)
דער רבי האט זיך באגריסט מיט גיסו הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א, און דער רבי האט מסדר געווען די כתובה און געמאכט די קבלת קנין, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום באדעקן, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט גיסו הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו שליט"א,
דערנאך איז דער רבי ארויס צום חופה ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען,
נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און בפרט פארן מחותן הנגיד ר' יודא הי"ו.
דערנאך ארום 8:05 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד,
אינעם לופטפעלד האבן זיך געזעגענט ראשי ופני קהלתינו הק' און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פאר'ן ראה"ק הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
די פליגער האט זיך געהויבן ארום 8:45 און געלאנדעט ארום 9:30 אינעם טעטער-בארא לופטפעלד פון ווי דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~