שבת קודש פרשת נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נח=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מנחם זאב ב"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, און פאר החתן מנחם גרשון ב"ר נפתלי משה ווייס הי"ו.
ארום 6:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת תפארת יעקב עטה"ק בירושלים ובני ברק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה רזונאוי הי"ו - ביתר.
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דבק דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אלה תולדות נח, און געזאגט אז עס שטייט דריי מאל נח אינעם פסוק און דאס איז מרומז אנטקעגן די דריי סעודת שבת, און דורך די זמירות שבת איז מען משבר די קליפות און מען קען צוקומען צו תשובה כדבעי,
און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים אפצורעכטן די סעודת שבת כראוי.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה רזונאוי הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אלה תולדות נח און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו א עשה לפני דיבור איז דוחה א לא תעשה לאחר הדיבור.
קה אכסוף: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א - מאנסי.
ברכת המזון: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן מאור ענים מ'טשערנאבל זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג י"א חשון.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:20.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר שלום ווייס שליט"א - רב דביהמ"ד קירמע וומ"ס.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף לייב ברש"ז כהנא הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א - מ'חמעלניק מאנסי.
כהן: ר' אפרים פישל גלאנץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לעווי הי"ו.
שלישי: החתן מנחם גרשון ב"ר נפתלי משה ווייס הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר יודא ווייס הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן נתן נטע משה ב"ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל זאב שעהר הי"ו.
ר' ישראל מענדל שווארץ הי"ו.
ר' שלמה מנשה לעבאוויטש הי"ו.
ר' לייבוש בר"י קראוס הי"ו.
ר' יוסף מארקאוויטש הי"ו.
ר' הלל מאיר פריעדמאן הי"ו.
ר' אהרן ברמ"מ וויינשטאק הי"ו.
ר' אהרן בר"ב קליין הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו - ב"פ.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב קויפמאן הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב אינדיג הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' גרשון מענדל טויב הי"ו - מאנסי.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל זאב שעהר הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
לוי: ר' שלמה ברז"ד ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' משה שווארץ שליט"א - ב"ב.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל ווירצבערגער הי"ו - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'את האלקים התהלך נח' און ארויסגעברענגט אז עס איז דא ענוה כשרה און ענוה פסולה און מען דארף אכטונג געבן זיך נישט צו לאזן פארנארן פונעם יצר הרע וואס טרייט מכשיל צו זיין און אפרעדן פון די קבלת טובות מיט די תירוץ פון ענוה, און דאס קען מען נאר מיט די כח התורה וואס די תורה איז אש און דאס גיבט אריין א כח האש דקדושה אז מען זאל נאר האבן ענוה דקדושה,
און דער רבי האט מעורר געווען אז מען שטייט יעצט אנהייב זמן און מען דארף זען זיך צו מחזק זיין מיט לימוד התורה הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו און איינהאלטן די קבלת טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' משה שווארץ שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
~
ארום 10:15 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון גינת קליין צום מסיבת מלוה מלכה צוגעשטעלט דורך מוסדותינו הק' אין ק"י פאר די אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט די לעצטע דריי יאר,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די זכי' צו קענען שטיצן די מוסדות, און מסיים געווען בברכת קדשו,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 10:30.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צום מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' פארגעקומען אין די זאלן פון עידן פעלעס.
דער רבי איז אנגעקומען אינעם זאל ארום 11:50,
די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך האט נכד רבינו הב' זלמן לייב בן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א געמאכט די סיום און דערנאך אויפגעטרעטן לכבוד המעמד,
דערנאך האט איינע פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי התחזקות והדרכה פארן נייעם זמן,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט די ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים,
ארום 12:20 האט דער רבי פארלאזט די זאל, און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.
א גוטע וואך.
~🌴~