שבת קודש פרשת בראשית - מבה"ח חשון - במקום הנופש אין די פארשעי געגענט אין מאנסי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בראשית - מבה"ח חשון - במקום הנופש אין די פארשעי געגענט אין מאנסי=
ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אין ביהמ"ד בוטשאטש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז
אהיים לבית האכסניא.
דער רבי האט געפראוועט די סעודת שב"ק אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.
ארום 10:10 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרב נחמן ווארפמאן הי"ו - ב"פ.
מנוחה ושמחה: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף קישור סוף התורה לתחילתה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש די טעם פארוואס משה רבינו האט צעבראכן די לוחות.
קה אכסוף: הרה"ח ר' הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
ברכת המזון: הגה"צ ר' מנחם בנציון ווארפמאן שליט"א - אב"ד בוטשאטש.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי אליעזר'ל דזשיקוב'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ג' חשון.
קה רבון עלם: ר' יואל בר"ל אפפעל הי"ו.
נאך די פירות האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ריזשענער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ג' חשון.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלמה ברוין הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד לויעוו טשערנאבל.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו - ק"י.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרב יצחק אייזיק ווארפמאן שליט"א - ק"י.
בעל קורא: הב' אברהם דוד ווארפמאן ני"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק ישעי' שאבערד הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אברהם ארזעל הי"ו.
שלישי: הרב נחמן ווארפמאן הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' משה וויינגארטן הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב אפמאן הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' משה יושע ווייס הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' מנחם שענקער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' רפאל ראקאווסקי הי"ו.
גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד בוטשאטש שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק ראזענפעלד הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב משה ברמ"צ כהנא שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' שניאור זלמן העכט הי"ו.
כהן: הרב שמואל הערש ברא"י כהנא שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"צ האפמאן הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יואל ברמ"י פריעדמאן הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הב' ב"ר חיים אליעזר העללער הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה אהרן אשר גאלד הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' און נאכגעזאגט פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אז אויף די עבירות וואס ניצט נישט תשובה אליינס נאר מען דארף צוקומען ח"ו צו יסורים איז דאס נאר אויב עס איז נאר דא תשובה אליינס אבער אויב איז דא תשובה מיט תפילה צוזאמען פעלט נישט אויס קיין יסורים, עס שטייט אבער אז אויב טוט מען עבירות פארלירט מען דעם צלם אלקים און דעמאלטס ווערן די תפילות נישט נתקבל, האט דער רבי געזאגט אז דורך לימוד התורה באקומט מען צוריק די צלם אלקים און אזוי ווערן די תפילות נתקבל במילא איז דא תשובה מיט תפילה צוזאמען און עס פעלט נישט אויס קיין יסורים,
און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שווערע מצב בארה"ק ווי תושבי ארה"ק דארפן האבן רחמי שמים מרובים און מען דארף מתפלל זיין צו הקב"ה און בעטן אז 'שומר ישראל שמור שארית ישראל', אבער כדי די תפילות זאלן נתקבל ווערן דארף מען עוסק זיין בתורה און דורכדעם וועלן די אידן ניצל ווערן מכל צרה וצוקה, און דער רבי האט אויסגעפירט אז מען שטייט יעצט אנהייב זמן דארף מען זען זיך צו מתאמץ זיין בדברי תורה און דורכדעם וועלן די תפילות נתקבל ווערן לרחמים ולרצון און כלל ישראל וועט געהאלפן ווערן בכל מקום שהם.
ידיד נפש: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטטער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יעקב אפמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד בוטשאטש שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, צווישן אנדערע איז אריבערגעקומען הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ קהלתינו הק' ב"פ, ווי דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט און געוואונטשן ברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 8:45.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד נייטרא צום שמחת הפארשפיל פון החתן בן הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר די וואך אין לאנדאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו החדש אויף די דזשיל גאס אין מאנסי,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין מאנסי,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט"א - מו"ץ הביהמ"ד, און פאר די ראשי הקהילה און פארן אנוועזנדן ציבור.
א גוטע וואך.
~🌴~