מיטוואך - יום ג' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך - יום ג' דחול המועד סוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:55.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
לוי: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם שמחה בר"ע הירש הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' אליעזר צבי הורוויץ שליט"א, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
גלילה: הר"ר יואל ישכר לעוו שליט"א - לאנדאן.
צו מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ע מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' גרשון שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק ברוך ברמ"י טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
פארנאכטס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה גאלדבערג הי"ו - וומ"ס, בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 8:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר פון הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי יושע לייפער שליט"א - רב דביהמ"ד באר משה פרעמישלאן מאנסי, ונשיא מכון עוז והדר,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די לעצטערע אויפוואכונג נזהר צו זיין נישט צו עסן קיין מזונות ברויט, אויך האט מען ארומגערעדט איבער בית מדרשו החדש והמפואר 'באר משה' וואס מען האט באנייט דעם זומער אין מאנסי, און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.
~
=ליל ד' דחוה"מ=
~אושפיזא דיוסף~
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 10:35.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין, און זיך געוואשן,
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו.
הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
הר"ר משה יצחק לעוו שליט"א - לאנדאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו' און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן שאקלען לולב א גאנץ סוכות ווערט נתברר אז מען מעג טוהן א עבירה לשמה במילא טוט הקב"ה אויך א עבירה לשמה און גיבט השפעות טובות פאר כלל ישראל טראץ וואס מען איז נישט ראוי, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 11:55.
א גוטן מועד.
~🌴~