דינסטאג - יום ב' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג - יום ב' דחול המועד סוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:45.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יעקב זאפיר הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ג ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
גלילה: הרה"ח ר' משה ישראל פרענקל הי"ו - לאנדאן.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ברמ"ד ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' שמחה קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק ביים מסיבת שמחת בית השואבה לכבוד אושפיזא דאהרן כהנא קדישא,
דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה וחיזוק לכבוד יו"ט סוכות, און ארויסגעברענגט די הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען באקומט פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.
ארום 6:15 איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס איבער רעגן אום סוכות, און איבער פארשידענע ערפינדונגען אין טעכנעלאגיע ביי כשרות און מקוואות, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר בנו החתן וועלכע האט חתונה נאך יו"ט אין לאנדאן.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 8:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
~
=ליל ג' דחוה"מ=
~אושפיזא דאהרן כהנא קדישא~
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 10:20.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין, און זיך געוואשן,
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הר"ר משה גראס שליט"א - אב''ד קערעסטיר מאנסי.
הר"ר חיים אשכנזי שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
הר"ר נתן דוד אשכנזי שליט"א - מ'סטאניסלאוו לינדען.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און ארויסגעברענגט אז די סגולה פון מצוות סוכה איז אז ווען מ'גייט אריין אין די סוכה מיט אלע רמ"ח אברים ברענגט דאס אריין א קדושה אין אלע רמ"ח אברים און דאס מאכט אז מען זאל קענען שפירן א עריבות און מתיקות התורה, און דער רבי האט פארענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
ברכת המזון: הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א - אב"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען ריקודי קודש דורך חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים לכבוד שמחת בית השואבה,
דער רבי איז ארויף אויפן בימת הכבוד און זיך צוגעקוקט צו די ריקודים פאר א לענגערע צייט,
ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטן מועד.
~🌴~