מאנטאג - יום א' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג - יום א' דחול המועד סוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
כהן: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א ומנה"ר כתה מכינה לישיבה ב"פ.
לוי: הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א.
שלישי: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מ'חמעלניק מאנסי.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה יודא פרידריך הי"ו - לאנדאן.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
ארום 6:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דרשת שבת שובה במעמד אלפי תושבי העיר,
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
נאך מנחה אום 6:45 איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און אנגעהויבן די דרשה, דער רבי האט צום ערשט ארויסגעברענגט די שבח והודיה צו הקב"ה נאך וואס טראץ די ערווארטעטע רעגן די ערשטע נאכט סוכות האט למעשה ב"ה נישט גערעגנט און מען האט געקענט מקיים זיין מצוות סוכה בשלימות סיי עסן און סיי שלאפן, און די פחד און דאגה פון כלל ישראל האט זיך איבערגעדרייט צו א שמחת יו"ט און מען דאנקט און לויבט הקב"ה פארן קענען מקיים זיין מצוות ישיבה בסוכה,
דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן מיט דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה סוף זמן, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה און עס משלב געווען צום יו"ט סוכות אויף עטליכע אופנים,
און דער רבי האט ארומגערעדט א לענגערע צייט אז מען דארף מקיים זיין מצוות מיט א שמחה של מצוה, און מסביר זיין פאר די קינדער די חשיבות פון א מצוה, די שמחה צו קענען מקיים זיין א מצוה, און אפילו שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער שכר אויף שמחה של מצוה איז יא דא, און די שכר איז אז עס איז מציל פון עבירות,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר, צום ערשט בעניני צניעות זאגענדיג אז קודם דארף מען מחזק זיין די וואס גייען יא אנגעטוהן וויאזוי עס פאסט, און דער רבי האט געזאגט אז מען דארף זען מען זאל זיין פרייליך און שטאלץ אז מען גייט אנגעטוהן וויאזוי א אידישע טאכטער דארף אויסזען, נישט עס טוהן ווייל כ'מיז, נאר ווייל כ'וויל!
און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען שטייט בליל אושפיזא דמשה רבינו דארף מען זען זיך מחזק זיין בקביעות עתים לתורה זיין מוסיף והולך מער און מער, און די זעלבע ביי תפילה בציבור דאווענען פון אנהייב ביזן סוף און זיך נישט מיטכאפן וכו',
און ארויסגעברענגט די ווייטאג פון די כלים און אינטערנעט, זאגענדיג אז מען קען נישט זאגן קיין כלל ווייל יעדער איז אנדערש, אבער יעדער זאל וויסן ביי זיך אז וואס מען דארף דארף מען און וואס מען דארף נישט טאר מען נישט! אבער דאס איז זיכער אז אן קיין פילטער חלילה וחס, נאר יעדער כפי מדרגתו אין מסחר, און קיינער זאל זיך נישט פאפן ווייל דעם אייבערשטן קען מען נישט פאפן,
און דער רבי האט צוגעענדיגט אז מצוות אכילה ולינה בסוכה איז מכפר אויף אכילה ושתיה של רשות וואס מען דארף זען אכטונג צו געבן א גאנץ יאר נישט צו עסן אלעס און איבעראל, און די זעלבע מיטן פארן צו האטעלן וכדו' דארף מען אכטונג געבן נישט נאכצולאזן קיין כל שהוא, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געענדיגט די דרשה אום 7:50, און מען האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען מעריב בהיכל הביהמ"ד.
=ליל ב' דחוה"מ=
~אושפיזא דמשה~
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 10:30.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין, און זיך געוואשן,
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ דכוללינו וומ"ס,
הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'מי ומי ההולכים וכו' בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו' און ארויסגעברענגט אז ביים מאכן די נענועים מיט די ד' מינים איז מען מוליך ומביא און דאס ברענגט אז מען איז זוכה צו תשובה באותו מקום ווייל מען ברענגט די פלאץ צו זיך און ס'פעלט נישט אויס צו גיין אויפן מקום עבירה, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור זאגענדיג אז 'מוליך ומביא' מען ברענגט השפעות טובות צו זיך, און אזוי פעלט נישט אויס אז מען זאל דארפן זיכן פרנסה אין די מרחקים נאר אלעס האבן נעבן זיך.
ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
א גוטן מועד.
~🌴~