יום הקדוש שנת תשפ"ד בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יום הקדוש שנת תשפ"ד בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס=
ערב יום הקדוש אינדערפרי ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י צו סליחות,
בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:20,
נאך סליחות איז דער ציבור אריבער לברך ולהתברך, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט מקיים געווען די מנהג כפרות.
דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן צום בית השחיטה.
ארום 6:50 איז דער רבי אנגעקומען צום בית השחיטה המהודרת, ביים אנקומען האט דער רבי בודק געווען דער חלף, אלס שוחט האט געדינט הר"ר יואל בר"מ ווערצבערגער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט דער לשם יחוד און די ברכה פון על כיסוי הדם און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם.
דערנאך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון די אנדערע שוחטים, און ארום געגאנגען זיך אומקוקן אינעם בית השחיטה ביז ארום 7:30.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יודא טויב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס לקראת יום הקדוש בקרב קהלתינו הק'.
ארום 9:10 איז דער רבי אנגעקומען קיין וומ"ס אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הרב שלום הורוויץ שליט"א.
ב"ר משה זאב האפפער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, און הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש איז אריין צום רבי'ן און געגעבן לעקעך כנהוג בערב יום הקדוש.
~
ארום 2:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום אין היכל תהילות יוסף.
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני ימים נוראים.
דער רבי האט זיך געוואשן, איינגעטונקען די פרוסת המוציא אין זאלץ און האניג, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די עריכת השלחן.
ביים לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר',
אין די זופ איז געליגן קרעפלעך כנהוג,
ביי די פלייש האט דער רבי געגעסן פון די הינדל מיט וועלכע דער רבי האט מקיים געווען דער מנהג כפרות, כשר געמאכט דורך הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
דער פיוט "ירצה" האט רבינו שליט"א פארגעזונגען מיט גרויס התעוררות ובקול בכי, מיט די ניגון פון אהבה רבה פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט במה אקדם וכו' 'אבל עתה בזכרי מלכות שם המיוחד' מיט יעדע מצוה ווערט באשאפן א מלאך טוב וואס העלפט די מענטש טוהן נאך מצוות, און די זעלבע ח"ו ביי א עבירה, מיט די כח פון קריאת שמע וואס איז אמונה אין הקב"ה קען מען בייקומען די כוח פון די מלאכים משחיתים,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 3:40.
דערנאך איז דער רבי אריין אין חדר מאיר זעליג ווי דער גאנצער ציבור איז אריבער לברך ולהתברך.
דער רבי איז געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה"ח ר' וואלף לאנדא הי"ו.
נאך די מקוה ארום 4:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און אנגעצינדן די גרויסע יו"כ ליכט ביים עמוד.
בעל תפלה ביי מנחה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:15.
אין שטוב האט זיך דער רבי געוואשן צו סעודת המפסקת,
פארן זמן איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד היום, דערנאך
איז דער רבי אריבער לחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט אנגעצינדן די נרות יו"ט און די יזכור לעכט, און ווי אויך האט דער רבי אנגעוואונטשען אלע וואס זענען אריינגעשריבן אין ספר הזכרונות.
דער רבי האט געמאכט די עטיפה מיט א ברכה אויפן אייגענעם טלית, און פארן גיין אין ביהמ"ד אנגעטוהן די טלית, קיטל, און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
~ליל כל נדרי~
ארום 7:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
דער רבי איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישה,
דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה',
דער אויבערשטער איז א רחום וחנון און בעט נאר פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם, דאס איז לך ה' הצדקה, עס איז א געוואלדיגע צדקה פונעם אויבערשטן אז ער בעט נאר א פתח כחודו של מחט, אבער לנו בושת הפנים אז אונז האב מיר ניטאמאל די פתח כחודו של מחט געעפנט, דער רבי האט ממשיך געווען בבכיות נוראות אז אויף דעם אליינס דארף מען תשובה טון, אז מען האט נישט אויסגענוצט די געלעגנהייט, און ניטאמאל געעפנט דעם פתח,
יעדע מצוה און חלילה יעדע עבירה ווערט אנגעצייכנט אינעם מקום המקדש, דארף מען אויף דעם אליינס תשובה טון אז מען האט מטמא געווען דעם מקום המקדש, דורך הייסע טרערן דאס איז מים טהורים און מיט דעם קען מען אפרייניגן די מקום המקדש.
לעת כניסת היום האט דער רבי געזאגט ווידו אינאיינעם מיטן ציבור כמנהג רבותיה"ק זי"ע מיט בכיות עצומות.
דערנאך האט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה און איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן,
און מיט די ספר תורה אין די הענט האט רבינו שליט"א מעורר געווען און געזאגט 'סרנו ממצוותך כי אמת עשית',
דער ייצר הרע קומט איבעררעדן א מענטש צו זינדיגן, פארבט ער איין די עבירה פאר א מצוה און אזוי פראבירט ער אריין צו כאפן דעם מענטש,
דורך לימוד התורה וואס די תורה איז תורת אמת לייכט דאס אויף די אויגן פון א מענטש צו זען וואס איז באמת א מצוה אדער באמת אן עבירה,
דעריבער אז א מענטש ווערט נכשל מיט עבירות קומט דאס פון דעם ווייל ער האט נישט גענוג געלערנט, דערויף דארף מען איבערגעטן די הייליגע תורה, און בעטן די תורה זאל זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל.
דער רבי האט ממשיך געווען און בבכיות עצומות געוויינט צו די תורה ממליץ טוב צו זיין פאר כלל ישראל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי פארגעזאגט אור זרוע, און פלגי מים, צוויי מאל, און ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד מיטן ספר תורה ווי דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג,
במשכ'ן ארום גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי נאך דריי מאל געזאגט די פסוקים.
ביים צוריקקומען צום עמוד האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און געזאגט קם רבי שמעון, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין אנגעהויבן "כל נדרי".
די ספרי תורה האבן געהאלטן בנש"ק הר"ר ירמי' טייטלבוים שליט"א, און הרה"ח ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו.
מיט די פתיחות ביים דאווענען זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו - מאנטשעסטער, הרה"ח ר' אברהם דוד קארצאג הי"ו, הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו, הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו.
צו אדון עולם און צו די קאפיטלעך תהלים איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
מיט די שיר היחוד זענען נתכבד געווארן הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ, הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ, הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ, און נכדי רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, הרב חיים הערש ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:30, און דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור בצהלת פניו.
~יום הקדוש אינדערפרי~
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
צו אנעים זמירות איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נחמן דוב העלער הי"ו.
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש.
בעל תפלה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ.
צו שחרית איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב ר' יואל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ חדב"ן רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט שחרית ארום 12:15.
מיט הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר"ר אלי' גרויס שליט"א - מבערבעשט ב"פ, און הרה"ג ר' אברהם חיים מוטצען שליט"א.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעורורות.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה"ח ר' יושע הערש ברז"ל גליק הי"ו.
לוי: הרב יואל יודא רובינפעלד הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' שמשון דוד גרינפעלד הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף מיטטעלמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו.
גלילה: ר' יעקב ברז"ל לאנדא הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דאן איז איז געווען פויזע.
עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אשר מרדכי גרינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 1:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו יזכור.
נאך הזכרות נשמות איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף.
מען האט אנגעהויבן ארום 1:50.
רבינו שליט"א האט שטארק מאריך געווען בתפלת היום, מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.
די סדר העבודה האט דער רבי געזאגט מיט א געוואלדיגע קאך און ברען ובקול בכי.
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' יושע פרענקל הי"ו, הרה"ח ר' משה גדלי' פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו, הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, הרה"ח ר' יואל בעריש עקשטיין הי"ו, הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:50.
תיכף נאך מוסף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה.
בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו - משב"ק.
כהן: הרה"ח ר' פסח קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו.
שלישי - מפטיר האט רבינו שליט"א עולה געווען.
דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו - ב"פ.
מנחה האט מען געדאווענט שנעל כנהוג.
מען האט נישט געזאגט אבינו מלכנו.
מען האט געענדיגט מנחה ארום 6:50.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו נעילה.
מיט פתיחה ביי נעילה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יצחק קליין הי"ו.
נאך קדיש האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן שופר, מען האט פארענדיגט תפילת נעילה ארום 8:15.
דער רבי האט צוגעווארט ביז נאכ'ן ערשטן מנין מעריב, און דערנאך זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
מען האט געענדיגט מעריב ארום 8:45.
דערנאך איז דער רבי אריין געקומען צו הבדלה אין היכל תהילות יוסף.
נאך הבדלה האט דער רבי טועם געווען און אויסגעפאסט, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן לכל העם הנאספים, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
"ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין בית מדרשינו הגדול ארום 11:05.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי אנגעוואונטשן "א גוט געבענטשט יאר מ'זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס"
מיטן פיוט המבדיל האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אליעזר הערש סופר שליט"א - רב דקהלתינו הק' לינדען.
דערנאך האט דער משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט המבדיל בין קודש לחול חטאתינו הוא ימחול זרעינו וכספינו ירבה כחול.
שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער אז מען טוט תשובה ווערט פון די זדונות זכיות, אויף די זכיות באקומט מען יא שכר אויף די וועלט, זכיות פון מצוות הייסט קודש, זכיות וואס קומען פון זדונות וואס זענען נהפך געווארן הייסט חול, דאס איז המבדיל בין קודש לחול, דער אויבערשטער וואס מאכט א חילוק צווישן די צוויי סארט זכיות, דורכדעם חטאתינו הוא ימחול, און זרעינו וכספינו ירבה כחול אז מען באקומט די שכר דערויף בהאי עלמא,
אבער לכאורה יעקב און עשיו האבן זיך דאך צעטיילט מיט די עולמות און עולם הזה באלאנגט פאר עשיו,
נאר כל האמור בפרשת מלך מלך מותר בו, דארט שטייט שדותיכם יקח ונתון לעבדיו, א מלך מעג אוועק נעמען פון א מענטש עס צו געבן פאר זיינע קנעכט, דער אויבערשטער איז א מלך און כלל ישראל זענען זיינע עבדים, מעג ער אוועק נעמען פון חלקו של עשיו און געבן פאר כלל ישראל.
וויאזוי האט דער אויבערשטער קונה געווען כלל ישראל אלץ עבדים? דורכדעם וואס יעקב אבינו האט געהאט קפיצת הדרך אויפן וועג צום הר המורי' האט אים דער אויבערשטער אויפגעהויבן און קונה געווען מיט הגבה במילא קענען אידן הנאה האבן פון די וועלט,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב און געוואונטשן מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, און עס זאל קומען א זיס יאר מיט אלע גוטע השפעות פאר גאנץ כלל ישראל.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב ביהמ"ד תפילה למשה ב"פ.
מען האט פארענדיגט די טיש ארום 12:40, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
''אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו''
~🌴~