שבת קודש פרשת האזינו - שבת שובה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת האזינו - שבת שובה=
ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזינגען די נייע ניגונים.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול צד צפון.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב ק"י.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו - מאנטשעסטער.
מנוחה ושמחה: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בעצם היום הזה לאמר עלה אל הר העברים' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען גייט בתר כמות אדער בתר איכות.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
ברכת המזון: נכד רבינו החתן ישראל דושינסקיא ני"ו.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג ערב סוכות.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:10.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
צו שחרית איז צוגעגאנגען הר"ר דוד חנני ווייס שליט"א.
נאכן יום און נאך לדוד ה' אורי האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע.
פארן ליינען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש ווי דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט אנגעהויבן אז עס איז א מנהג ישראל צו זאגן א דרשה שבת שובה, אבער לא לדרשה קאתינא, און מ'וועט עס משלים זיין חול המועד בעז"ה,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון קרית יואל, וואס רבינו הקוה"ט זי"ע האט מייסד געווען על אדני התורה, עבודה, גמילות חסדים, און צניעות, אויף אלעס קען מען ארויסברענגען ווי שיין ס'איז, ב"ה א כלילת יופי, אויסער ליידער בעניני צניעות, ובפרט בעניני כיסוי הראש,
דער רבי האט מאריך געווען אין די געוואלדיגע ירידה וואס עס איז געווארן פון קוים פינף יאר צוריק, ווי מען איז נישט מחשיב וואס צוגעדעקט מיינט, נאר מען איז יוצא מיט ווי א קלענערע צודעק, און געזאגט יעדער איינער זאל זאגן א שבת שובה דרשה ביי זיך אינדערהיים מעורר זיין די בני בית און טעכטער איבער'ן כיסוי הראש, און בזכות זה וועט מען זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה, און א שנה טובה ומבורכת.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר קרויס הי"ו - לאנדאן.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' משה אברהם שעהנברוין הי"ו.
לוי: ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
חמישי: ר' חיים הערש וויינגארטן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: נכד רבינו החתן ישראל דושינסקיא ני"ו.
אחרון: ר' ישעי' בער לעווי הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' גימפל וויינגארטן הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' יודא אשר ראטבארד הי"ו - מאנטריאל.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
די בייטאג סעודה האט דער רבי געגעסן אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די בחורי אנשי שלומינו תושבי ארה"ק,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שבת וימים נוראים און עס האט זיך פארמירט שיינע שמועסן איבער פארשידענע מנהגים פון ימים נוראים,
נאך די זמירות האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מיטן כח פון די תורה קען מען תשובה טוהן אפילו מען איז פארזינקען אין די נ' שערי טומאה,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל שטיינבערג הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אלימלך דייטש הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו.
נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין די הפטורה 'שובה ישראל עד ה' אלוקיך' און דער רבי האט נאכגעזאגט פון בעש"ט הק' אויף די משנה 'בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של תורה' אדער ווי דער זוה"ק זאגט אז די בת קול זאגט 'שובו בנים שובבים' פרעגט דער בעש"ט הק' לכאורה ווער הערט די בת קול? זאגט דער בעש"ט הק' אז יעדע איד הערט יעדן טאג די בת קול און האט יעדן טאג א הרהור תשובה, זאגט אבער דער קדושת לוי זי"ע אז אויב הערט מען זיך אן מיט שמועות רעות מיט דברים אסורים הערט מען נישט די בת קול און מען ווערט נישט נתעורר לתשובה,
נאר די עצה איז אז מען זאל מאכן א תשובת המשקל און הערן דברי תורה וכו' און דורכדעם איז מען מתקן די פגם השמיעה און מען איז זוכה צו הערן די בת קול, און פארדעם איז די קול שופר מעורר צו תשובה ווייל דורכ'ן הערן א שמיעה של מצוה איז מען זוכה צו הערן די בת קול און דורכדעם ווערט מען נתעורר צו תשובה,
און דער רבי האט מעורר געווען זאגענדיג אז הקב"ה איז קונה כלל ישראל מיט קנין משיכה, און עס איז דא צוויי וועגן צו קונה זיין מיט קנין משיכה אדער 'קורא לה והיא בא' אדער דורך 'הכישה במקל',
האט דער רבי געזאגט אז הקב"ה איז קורא לה אבער מען הערט נישט וויבאלד מען הערט דברים אסורים במילא הערט מען נישט די בת קול און פארדעם מיז מען ח"ו צוקומען צום הכישה במקל,
נאר די עצה איז צו מתקן זיין די פגם השמיעה מיט דברי תורה און דורכדעם זוכה זיין צו די 'קורא לה והיא בא' און עס וועט זיין א שנה טובה ומבורכת.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל ב"ר ארי' ראטה הי"ו - לאנדאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:30.
א גוטע וואך.
~🌴~