בצל הקודש דאנערשטאג האזינו ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴 =דאנערשטאג האזינו ב'=
~שלש עשרה מידות~
דער רבי איז אריין געקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול ארום 5:45.
בעל תפלה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד.
מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:45. נאך סליחות איז איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:25 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אביעזר מרדכי בר"י שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד אור החיים.
ב"ר משה יוסף דוב סימאן הי"ו.
ב"ר יואל ברמח"י קרויס היו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם תפילין.
דערנאך ארום 11:10 איז דער רבי ארויסגעקומען צו אמירת כל ספר תהילים,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע טעלער הי"ו.
מען האט געענדיגט תהילים ארום 1:30.
פאר קריאת הקרבנות האט דער רבי געזאגט וודוי הגדול פון רבינו נסים מיט שטארקע בכיות.
דערנאך האט מען געליינט די קרבנות,
בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א.
ארום 2:20 איז דער רבי אנגעקומען צום לעיק אויף די פארעסט זייט צו אמירת תשליך ברוב עם.
דער רבי האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב מען האט געענדיגט ארום 2:40.
זמני כניסה איז געווען פון 6:45 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 9:20, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אלכסנדר זושא ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר מאשקאוויטש הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~