מיטוואך האזינו ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך האזינו ב'=
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' אלימלך שמשון שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברודא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל שרייבער הי"ו.
ב"ר חיים הערש כ"ץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחה אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מרדכי הערשקאוויטש ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' דוד יושע גאלדבערגער ע"ה.
ארום 2:15 איז פארגעקומען א אסיפה נחוצה בביתו נאוה קודש מיט די באטייליגונג פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א, הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו הק' ב"פ, הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים דקהלתינו הק' ויו"ר וועד לעניני טעכנעלאגיע, און דייני קהלתינו הק', און חברי וועד החינוך שע"י מוסדותינו הק',
מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער פארשידענע מכשולות בעניני טעכנעלאגיע און בפרט איבער די גרויסע פראבלעמען וואס שאפט זיך פון טעקסט מעסעדזש דורך די משפחה טעלעפאנען וכדו'.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר מיללער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' ליפא האלפערט הי"ו און הרה"ח ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 10:15, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~