פרייטאג האזינו א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג האזינו א'=
~ערב ראש השנה~
ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, און צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת סליחות 'זכור ברית' און פארגעדאווענט מיט א שטארקע התעורורות.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו, און הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו - מאנטריאל.
מען האט געענדיגט ארום 7:40 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברח"י ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי אויסגעטוהן די תפילין און געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירת מודעה.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בר"ח פארקאש הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
~🌴~