דינסטאג האזינו א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג האזינו א'=
~ג' דסליחות~
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נתן יואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר יעקב חיים לאנדא הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען טעלעפאניש הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א על פטירת אחותו ע"ה אשת הר"ר אהרן דוד ניישטאדט שליט"א.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן ע"ה - מחשובי חסידי פאפא.
זמני כניסה איז געווען פון 4:30 ביז 10:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50, און מעריב ארום 9:00 אזייגער, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~