מאנטאג האזינו א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג האזינו א'=
~ב' דסליחות~
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
מען האט געענדיגט ארום 6:25.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ד כהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ברוך משה ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן ליינען האט דער רבי געמאכט א מי שברך ליולדות לבן הנולד אצל נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 10:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו און הרה"ח ר' אלי' פארקאש הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה הערש האלפערט הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך ענגלענדער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים צום שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, עב''ג בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט''א רב דבית מדרשינו בית שמואל, בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל וחתן הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו הק' ב"פ שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:50 און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן,
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א און דער זיידע הגה"צ ב"פ רב שליט"א,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען די זיידע הגה"צ ב"פ רב שליט"א צו ליינען די תנאים,
אלץ עדות האבן געדינט הרה"ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו און ר' מאיר הכהן גראס הי"ו, העומד מצד החתן: הרה"ח ר' אליעזר רובינשטיין הי"ו, העומד מצד הכלה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער זיידע הגה"צ בערטש'ע רב שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק נאכזאגענדיג פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע אז א חתונה אין חודש אלול איז א גוטע הכנה צו די הייליגע טעג, און ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז זיך משדך מיט א אייניקל פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס און מחותנים,
מען האט פארענדיגט ארום 11:45, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~