זונטאג האזינו א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג האזינו א'=
~א' סליחות~
ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות בביהמ"ד הגדול מעוטף מיטן טלית פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע, געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, און מיט א קאפל פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות,
דער רבי האט פארגעזאגט אין א סליחות פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע.
מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:30.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
ב"ר יעקב אליקים פישער הי"ו.
ב"ר ליפא טייטלבוים הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
ארום 3:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד ווי עס איז פארגעקומען א 'סיום סדר בראשית' דורך די נייע אפטיילונג פון כתה ג' במסגרת מוסדותינו הק' אין ק"י, מיט די באטייליגונג פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל עקשטיין שליט"א בשם די הנהלה רוחניות, און הר"ר יואל אפענהיים שליט"א בשם ההורים,
דערנאך האבן די קינדער געזינגען עטליכע ניגונים אנגעפירט דורכן חשוב'ן מלמד הר"ר משה ארי' מארק שליט"א,
דערנאך איז פארגעקומען א פארהער ווי מען האט פארהערט די קינדער אויף גאנץ סדר בראשית פאר א לענגערע צייט אנגעפירט דורך הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א פון ארה"ק,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער אנוואונטשענדיג אז מען זאל זוכה זיין צו מסיים זיין חמשה חומשי תורה און קענען ווייטער ממשיך זיין מיט כל התורה כולה,
מען האט געענדיגט ארום 3:50.
זמני כניסה איז געווען פון 5:45 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב יואל גאלדענבערג הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי צבי חיים לאנדא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 10:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~