שבת קודש פרשת נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נצו"י=
ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די אכט ישיבה קטנות פון ק"י.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א - ב"ב.
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אתם נצבים היום ווי די מדרש זאגט 'אם אתם רוצים לעמוד בעולם עסקו בתורה' און ארומגערעדט דברי הכנה לימים נוראים און ארויסגעברענגט אז די ריכטיגע הכנה איז דורך לימוד התורה.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א.
מנוחה ושמחה: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א, בן האדמו"ר מדעעש ב"ב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אתם נצבים היום און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ספיקא דאורייתא.
קה אכסוף: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א, חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי מעכיל מ'זלאטשוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג כ"ה אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו - לאנדאן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יצחק מיטטעלמאן שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.
כהן: ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: החתן ב"ר אברהם בערגער הי"ו.
שלישי: החתן מרדכי ב"ר אביש אקער הי"ו.
רביעי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר חנני' גאלדבערגער הי"ו.
חמישי: החתן אהרן ב"ר יואל זילבערשטיין הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' פישל ברמ"ב לאנדא הי"ו.
ר' דוד בר"י פאלקאוויטש הי"ו.
ר' פישל ברי"צ סופר הי"ו.
ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו.
ר' יעקב משה פריעדמאן הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' הערשל בראדער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אשר וויזעל הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ברד"ש בערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברוך בר"מ טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
~
נאכמיטאג פאר מנחה איז דער רבי אראפגעקומען אונטן בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט פארגעזינגען די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לכבוד די ימים נוראים הבעל"ט, און דערנאך האט דער רבי געוואונטשן עס זאל זיין מיט הצלחה און סייעתא דשמיא.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' ישראל שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל קרישעווסקי הי"ו - לאנדאן.
כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און ארויסגעברענגט אז די עיקר פון תשובה איז די התחלה, אפילו אויב עס איז נאר א קליינע תשובה כחודו של מחט, אבער די מענטש מיז מאכן די התחלה און נאר דעמאלטס קען הקב"ה עפענען די פתח כפתחו של אולם,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז מען זאל זען אויסצוניצן די איין וואך וואס איז נאך געבליבן און זיך צוגרייטן צום יום הדין מיט תשובה און תפילה און דעמאלטס וועט מען זוכה זיין אז הקב"ה וועט עפענען די פתח כפתחו של אולם און פון דעם פתח וועט אראפקומען השפעות טובות פאר יעדעם איינעם.
ידיד נפש: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף זאב מויזקאפף הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן ב"ר אברהם בערגער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:15.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה עסקני הנהלת ועד הפעולה שע"י העדה החרדית און איבערגעגעבן א באריכט פון די פעולות, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן און אקטיוויטעטן און געוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~