דאנערשטאג נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נצו"י=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא יואל וויינשטאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים וואלף פריעדמאן הי"ו.
ב"ר צבי אביגדור פעקעטע הי"ו.
ב"ר אברהם שמואל מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר שמחה קלאגסברוין הי"ו.
ב"ר מנחם נחום קרויס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הכנה לימי הרחמים והרצון ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די איינציגסטע וועג ארויסצוגיין זכאי בדין איז דורך לימוד התורה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד סיום הזמן', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א, און דערנאך האט דער רבי פארגעלערענט די לעצטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 6:15 איז דער רבי אנגעקומען צו די תנאים זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד סיום הזמן' דורך ישיבה סניף דברי יואל,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מגידי שיעור, און פאר די תלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי הדרכה לבין הזמנים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10, און מעריב ארום 12:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~