דאנערשטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג דברים
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40
עס האט מיטגעדאוונט מיט'ן רבין'ס מנין הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א, וועלכע געפונט זיך אין די טעג אויף אפרוה.
עליות:
ראשון: ר' נתנאל הלוי אלטמאן.
שני: הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א.
דער רבי האט עולה געווען שלישי.
הגבה: ר' יואל קלונימוס קלמן הערשקאוויטש.
גלילה: הב' עמרם יואל ב"ר יצחק יודא שאלאמאן.
נאכן דאווענען זענען די אידן וואס זענען געקומען אויף שבת אריבער שלום נעמען.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.
אין די פארמיטאג שעות ארום 11:15 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער פארשידענע מנהגים איבער זינגען ביים דאווענען, עובדות וסיפורים פון צדיקים הקודמים בעניני חופה וקידושין, דער הערצה וואס דער נאסוידער רב האט ארויסגעוויזן פארן רבי'ן ז"ל, און זכרונות פונעם רבי'ן ז"ל אין שעראן ספרינגס.
א גוטן טאג
~🌴~