מיטוואך נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נצו"י=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אויף היוז סט. אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף חכמת התורה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יואל שטיינמעטץ הי"ו.
ב''ר יקותיאל אפרים פישל האלפערט הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בביתו נאוה קודש.
ארום 4:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ ווי עס איז פארגעקומען זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי בארא פארק אריין צו גיין לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, צווישן זיי האבן זיך אנגעזען הרבנים הגאנים רבני דייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה וואס זענען אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
אזוי אויך איז פארגעקומען די מסיבה פאר קופת רבינו - "קופת אבני חסד" אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק פארריפן דורך הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו, ווי די חשוב'ע נדבנים האבן געהאט די זכי' אריין צו גיין אל הקודש פנימה בחדרו הפרטי איבער געבן זייער נדבה לטובת הקופה,
זמני כניסה איז געווען פון 4:45 ביז 1:30 אויפדערנאכט בחדר הפרטי אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.
צווישן אנדערע איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ גאב"ד קהלתינו הק' ב"פ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסעדערהעלי שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~