דינסטאג נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נצו"י=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אויף היוז סט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שמואל זאב טאבאק הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בביתו נאוה קודש.
ארום 1:25 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בקומת מאיר זעליג' ווי דער רבי האט פארגעלערענט א סוגיא שיעור פאר די אברכי הכולל אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:05.
זמני כניסה איז געווען פון 4:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 9:10.
מארגן מיטוואך וועט רבינו שליט"א אי"ה דאווענען שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אויף 152 היוז סט. אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף חכמת התורה.
א גוטע נאכט.
~🌴~