מיטוואך כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה שמואל שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם בערגער הי"ו - תאומים.
ב"ר משה ראטה הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
זמני כניסה איז געווען פון 6:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"י ראזענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"י ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יודא שלמה פריעדמאן שליט"א און הרה"ח ר' אברהם ווייסמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה יקותיאל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מנחם ישעי' לעווי הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א געקומען אויף א פריוואטע באזוך ביי מחותנו רבינו שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10, און מעריב ארום 12:15.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער צום נייעם לאקאל פון שלומי'ס גראסערי בשכונת ברוך טעם אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' שלמה ניישטאדט הי"ו - חבר הנהלת מבצר הכוללים,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן געשעפט און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' שלמה הי"ו, און פאר'ן גאנצן אנוועזנדן ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~