דינסטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הלל פאגעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא ברי"ש בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברנ"מ קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.
נאכן דאווענען זענען די בחורים אריין בקודש פנימה לקראת די נסיעה למקומות הקדושים קיין אייראפע קומענדיגע וואך, ווי דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט און געוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:45.
זמני כניסה איז געווען פון 4:30 ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15, און מעריב ארום 10:30.
נאך די זמני כניסה ארום 11:20 איז דער רבי אנגעקומען צום פראכטפולן איבערגעבויטן פלייש געשעפט דקהלתינו ומוסדותינו הק' אויף מוירטל עוו.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די ראשי קהילה והמוסדות און געהערט א באריכט פון די פלענער אויף ווייטער,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע אפטיילונגען פונעם געשעפט און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן געשעפט און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די ראשי קהילה און בפרט פאר הרבני הנכבד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק, בריח התיכון פונעם געשעפט, און פארן מענעדזשער ר' יצחק מאיר קליין הי"ו,
און פאר אלע עסקנים,
ארום 11:40 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~