שבת קודש פרשת כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת כי תצא=
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' אליעזר מרדכי אפרים סופר שליט"א - רב דקהלתינו הק' לינדען.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל עצי חיים ב"ב.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג רב דקהלתינו הק' לינדען שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם ניישלאס שליט"א - בית שמש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק לא תלבש שעטנז און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' הערשל ענגעל הי"ו - ב"ב.
ברכת המזון: הרה"צ ר' יודל ניישלאס שליט"א - אב"ד סערדאהעלי בית שמש.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי יעקב ישראל מ'טשערקאס זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך י"ג אלול.
קה רבון עלם: ר' שניאור יודא ענגעל הי"ו - ב"ב.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:10.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל יצחק בערקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר דוד גליק שליט"א.
כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א.
לוי: החתן שמעון נפתלי ב"ר משה שמואל רובינפעלד הי"ו.
שלישי: הרה"צ אב"ד סערדאהעלי בי"ש.
רביעי: הרה"ג ר' משה מאיר בריעף שליט"א - אב"ד איבראן.
חמישי: הרה"ג רב דקהלתינו הק' לינדען שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל אברהם שווארטץ הי"ו.
ר' בערל שווארטץ הי"ו. ר' פנחס אהרן קאהן הי"ו.
ר' ליפא מאשקאוויטש הי"ו.
ר' משה ארי' מייזעלס הי"ו.
שביעי: החתן שמעון ב"ר מענדל אפענהיים הי"ו.
אחרון: החתן שמעון בהר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' שמואל יודא פעלבערבוים הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בריעף הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר אברהם ניישלאס שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בעריש ברא"מ ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' מענדל קנאפפלער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערש אלימלך גליק הי"ו - מאנטריאל.
כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א - לאנדאן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: ר' ליפא וועכטער הי"ו - לינדען.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי תצא למלחמה על אויביך' און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט תשובה איז דאך אבער דא עבירות וואס מען געדענקט שוין נישט און מען קען נישט תשובה טוהן אויף דעם, וואס איז די עצה?
האט דער רבי געזאגט אז ווען א איד איז טוט צדקה וחסד איז מען מעורר מידת הרחמים און הקב"ה איז מוחל אויף די עבירות וואס מען געדענקט שוין נישט און מען טוט נישט תשובה אויף דעם,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז שטייענדיג אין חודש אלול דארף יעדער מאכן ביי זיך א חשבון הנפש און תשובה טוהן מיט א חרטה גמורה אויף די עבירות וואס מען געדענקט יא, און אזוי אויך מרבה זיין בצדקה וחסד און מיט דעם מעורר זיין די מידת הרחמים ביי הקב"ה און דורך דעם זוכה זיין צו א כפרה גמורה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו - ב"פ.
קל מסתתר: הרה"ח ר' פנחס בריזל הי"ו - ירושלים.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שמעון בהר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול, און דערנאך געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוטע וואך און א גוטע חודש'.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' שלום סאנדעל הי"ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג אין ישיבת קול אריה,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלום הי"ו ובני משפחתו, און פאר די תלמידי ורמ"י הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה פאר די בחורים, און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
א גוטע וואך.
~🌴~