זונטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר אפפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א בבנין קליין.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חנני' הירש הי"ו.
ב"ר אשר אנטשיל הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע קינדער,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צו די הייליגע טעג און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד אהל פיגא צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יעקב יצחק שטוהל הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און אנגעוואונטשן פארן נדבן.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הענדל ע"ה, א"ח הרה"ק ר' ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל.
ארום 9:00 אזייגער האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון האשה החשובה אשת הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק דקהלתינו הק' ק"י, פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חנני' שמואל ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"א ביקעל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~