פרייטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג שופטים=
~בדר"ח אלול~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יוסף יודא פאסטערנאק הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
לדוד ה' אורי האט דער רבי געזאגט נאך ברכו נפשי פאר'ן לייענען.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די תלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה לחודש אלול, און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~