דאנערשטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שופטים=
~אדר"ח אלול~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב שאהנפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל וויזעל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד יציקת הבורות בבית מדרשינו אויף די דועלק גאס אין שכונת זרע קודש,
עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב הביהמ"ד, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - יו"ר וועד המקוואות דקהלתינו הק',
דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די רבנים שליט"א צו גיסן, און דערנאך די ראשי הקהילה און עסקני ותושבי השכונה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון גיין אין מקוה און בשבח פונעם ביהמ"ד, און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געזינגען א ניגון לכבוד המאורע און דערנאך איז דער רבי ארויס און זיך אומגעקוקט אויפן שטח נעבן ביהמ"ד וואס מען וועט בקרוב ארייננעמען און צובויען צום ביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צו בית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת דברי חיים,
דער רבי איז ארום אינעם גאנצן ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און געהערט א באריכט פון די פלענער אויף ווייטער.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אינעם שכונה,
דער רבי איז אריין זיך אומקוקן און געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די ווייטערדיגע פלענער.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום קלאוו דעוועלפמענט בשכונת דברי חיים ווי עס ווערן געבויעט עטליכע הונדערט דירות,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יצחק עקשטיין הי"ו - מגדולי עסקני ביהמ"ד בית שמואל, ומראשי הווילעדזש אף בלומינגראוו, און הרה"ח ר' זושא געלב הי"ו אויף די פלענער פון די פראיעקט און פארשידענע אנדערע פראיעקטן אינעם שכונה.
ארום 2:15 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל ישיבה סניף עצי חיים - שיעור ג' אין ביהמ"ד ראדאשיץ אויף די פרילענד גאס ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני ימים נוראים,
ווי אויך איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע שאלות וואס איז נוגע פאר בחורים אין די ימים נוראים און איבער פארשידענע מנהגים ביים פארן אויף קברי צדיקים לרגל דאס אפרייזן אויף אייראפע למקומות הקדושים אין די קומענדיגע וואכן, און דער רבי האט אויף אלעם משיב געווען בטוב טעם ודעת,
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען די תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די בחורים,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 3:40.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך מאיר בראדער הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב יצחק שטוהל הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג כי תצא אין ביהמ"ד אהל פיגא,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה שלמה קאליש הי"ו און הרה"ח ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה ברז"ל גליק הי"ו און הרה"ח ר' יושע בער שווארטץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 און מעריב ארום 12:10.
א גוטע נאכט.
~🌴~