מיטוואך שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שופטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרה"ח ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן ברי"י וויינשטאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק פארקאש הי"ו.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי,
ארום 12:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת יו"כ קטן,
בעל תפילה: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - ר"מ בישיבה,
דער רבי האט מאריך געווען מיט בכיות, בפרט ביי די ווידוי פון רבינו נסים, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין' אויף מאנסי בלווד.
דער רבי איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטאקן פונעם בנין אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, און הרה"ח ר' יצחק גרובער הי"ו - בוי מייסטער פונעם בנין,
דערביי האט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו איבערגעגעבן א באריכט פון די פלענער צו באנייען דעם בנין אויף דעם אסרו חג הבעל"ט און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו,
ארום 7:45 האט דער רבי פארלאזט די בנין און אהיימגעפארן קיין ק"י.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 9:20 איז דער רבי אנגעקומען צום מסיבה לטובת מוסד הק' רב טוב בבית הרבני הנכבד ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם יודא הי"ו און פארן גאנצן ציבור.
זמני כניסה איז געווען פון 9:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ, און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב קעללנער הי"ו און הרה"ח ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~