דינסטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שופטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שלום מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יוסף גאטערער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם מקוה טהרה ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר עטליכע נייע בורות,
דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די נדבני הבורות הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל גאלדשטיין הי"ו צו גיסן זייערע בורות,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבני וועד לעניני מקוואות, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' בעריש שעהנברוין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס איז נתנדב געווארן דורך די חברי הצלה און איז אריינגעגעבן געווארן אין ביהמ"ד אנשי חסד אינעם הצלה גאראדזש,
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', ומרבני חברי הצלה,
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' בעריש הי"ו און פארן גאנצן ציבור,
מיט הגבה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שמעון ליבערמאן הי"ו און מיט גלילה הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו און מיטן אנטוהן די מענטעלע הרה"ח ר' חיים אלעזר הורוויץ הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ פאר א לענגערע צייט, און דערנאך ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר בתופים ובמחולות.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם פראכטפולן לאקאל פון 'איגוד הסופרים' שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' אויף די ליזענסק גאס,
דער רבי איז אריין אינעם געשעפט און זיך אומגעקוקט אויפן אויסשטעלונג פון די מזוזות פון צענדליגע סופרים אנ"ש פון ק"י,
דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו וועלכע שטייט בראש פונעם פראיעקט צו קלאפן א מזוזה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו ווי ער האט ארויסגעברענגט די מטרה פונעם פראיעקט און די פלענער פונעם איגוד הסופרים, מען האט פארענדיגט ארום 6:45.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~