מאנטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שופטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב שעהנפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ז'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דניאל שמעון אלטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל משה מאלח הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~