מאנטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג דברים
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:30
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור
ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער - קרית יואל.
עס האט מיטגעדאוונט מיט'ן רבין'ס מנין הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א, וועלכע געפונט זיך אין די טעג אויף אפרוה.
עליות:
כהן: ר' בנציון לאנדא.
לוי: ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער.
שלישי: דער בר מצוה בחור.
דער רבי אז געגאנגען הגבה.
גלילה: ר' אברהם שמואל פריעדלענדער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער עולה זיין מפטיר פאר די בר מצוה, מנהגים אז דער בר מצוה בחור זאל ליינען קריאת התורה, מאכן א שהחיינו ביי די בר מצוה, עובדות וסיפורים פון צדיקים הקודמים.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.
אין די פארמיטאג שעות ארום 11:30 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די שקיעה הנראה אין די ארומיגע געגענטער אין ניו העמפשיר, פאלם ספרינגס, קרית יואל, ירושלים, ועוד צוליב די הויכע בערג און ווי אזוי עס קלאפט אויס אויף די זמנים,
איבער די גזירות ת"ח ות"ט, איבער די קרייץ צוגן און אירע נאכפאלן אויף די אידישע ישובים,
איבער די גזירות המלבושים אין רוסלאנד און די מלחמה וואס די גדולי ישראל האבן געפירט דערקעגן, און איבער די כח פון רבנים אינדערהיים.
נאך די שפאציר זענען די אידן וואס האבן געוויילט אויף שבת אריבער זיך געזעגענען.
א גוטן טאג
~🌴~