שבת קודש פרשת ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ראה =
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:05,
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
אויך האבן מיטגעגעסן א קבוצה אנ"ש פון ב"ב וועלכע וויילן די יעצטיגע טעג בצל הקודש.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א - בן כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מנוחה ושמחה: נכדו הרב אברהם רוקח שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון נח לאדם שנברא או שלא נברא.
קה אכסוף: נכדו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
ברכת המזון: הרה"ג ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון דודו רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג כ"ו אב.
קה רבון עלם: נכדו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב חיים בהרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:25.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו - ב"ב.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא ראזענפעלד הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יעקב אלימלך ראזמאן הי"ו - ב"ב.
כהן: ר' יחיאל רובין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי הי"ו - ב"ב.
שלישי: הרה"ג ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו - ב"ב.
חמישי: החתן שלמה ב"ר יושע יאקאב הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אברהם וואלף ווייס הי"ו.
ר' אליעזר ווייזער הי"ו.
ר' מרדכי פעלדמאן הי"ו.
ר' אשר יונה שווארץ הי"ו - וומ"ס.
ר' נפתלי הירצקא קויפמאן הי"ו.
ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו.
שביעי: החתן משה עמרם ב"ר מנחם ליבערמאן הי"ו.
הוספה: החתן יו"ט ליפא ב"ר שמואל מרדכי שטיין הי"ו.
אחרון: החתן ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו.
מפטיר: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א - מחעמעלניק מאנסי.
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי שלעזינגער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יושע יאקאב הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די יומדהל"ק פון דודו רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שטיין הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף בנימין ווייס הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~
ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה י"ח, כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, משה זכה וזכה את הרבים, זכות הרבים תלוי בו,
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש ואגדה ומוסר,
דער רבי האט פארענדיגט מיט דברי התבוננות לקראת ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ירחמיאל וואלף פריעד הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אסף וואהלבערג הי"ו - ב"פ.
כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו.
שלישי: הרה"ג רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מנחם פריעדמאן הי"ו - ב"ב.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה, וואס איז בגי' תקעו בחודש שופר, יעדן טאג גייט ארויס א בת קול מעורר צו זיין צו תשובה, ווער הערט די בת קול? זאגט דער הייליגער קאזניצער מגיד אז נאר די צדיקים זענען זוכה צו הערן די בת קול, ווי ווייטער מען איז נתרחק פון די קדושה הערט מען שוואכער, אבער דורך תקיעת שופר וואס איז מעורר צו תשובה איז מען זוכה צו הערן די בת קול, און דורכדעם ווערט מען נתעורר צו תשובה, דאס איז ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וואס איז גי' תקעו בחודש שופר, און את הברכה אשר תשמעו די ברכה איז אז מען וועט הערן די בת קול.
דער רבי האט אויפגעפאדערט יעדעם איינעם אז עס קומט שוין אלול, און מען דארף נתעורר ווערן צו תשובה ותיקון המעשים 'א שעה אין חודש אלול איז מער ווי א שעה א גאנץ יאר!' און מסיים געווען בברכת קדשו מען זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה.
ידיד נפש: הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יו"ט ליפא ב"ר שמואל מרדכי שטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו מעריב לרגל די יומדהל"ק פון רביה"ק זי"ע און געזאגט די קדישים.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
א גוטע וואך.
~🌴~