דינסטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא בר"י עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא האניג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען אן אסיפה אינאיינעם מיט הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א און די פארקויפערינס און אייגנטומערינס פון די כיסוי הראש געשעפטן אינעם שטאט ווי מען האט דן געווען דברים העומדים על הפרק,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר א לענגערע צייט, און אוועקגעשטעלט תקנות און אויפגעפאדערט שטארקע גדרים וסייגים צווישן די געשעפטן.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל מרדכי שטיין הי"ו און הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 8:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צום שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, עב''ג בת הרה''ג רבי שלום האלבערשטאם שליט''א, חתן הרה"צ רבי יודא חיים האלבערשטאם שליט"א - אב"ד נאסויד, וואס איז פארגעקומען אין די סקווירא זאל אין ב"פ,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:15 און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן,
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הרה"ג ר' שלום האלבערשטאם שליט"א,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, אלץ עדות האבן געדינט הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו און הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי"ו - ראה"ק דקהילת עצי חיים סיגוט וומ"ס,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט מכבד געווען די זיידע הגה"צ אב"ד נאסויד שליט"א צו ליינען די תנאים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס און מחותנים,
מען האט פארענדיגט ארום 11:00 אזייגער, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צו בית מדרשינו הגדול ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד,
פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרה"ג המשפיע ר' שמעון שפיטצער שליט"א פון ארה"ק וועלכע האט היינט אויפגעטרעטן מיט א דרשה אין בית מדרשינו הגדול.
נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרבנית מרגליות ע"ה נכדת רביה"ק בעל עצי חיים זי"ע, צווישן אנדערע אחיה הרה"צ ר' אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א - אבד"ק רודניק לאס אנדזשעלעס,
עס האט זיך פארצויגן א לאנגע שמועס בסיפורי בית סיגוט, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~