זונטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג דברים
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:30
עס האט מיטגעדאוונט מיט'ן רבין'ס מנין הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א, וועלכע געפונט זיך אין די טעג אויף אפרוה.
נאכן דאווענען זענען די געסט וואס זענען געווען אויף שבת אריבער זיך געזעגענען.
צווישן אנדערן האט מען געצייגט פארן רבי'ן די לעצטערע שידוכים אין ישיבה גדולה - שיעור ד'
דער רבי האט אהיים שפאצירט נאכן דאווענען.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן א שמועס איבער זאגן תחנון ווען מען געפונט זיך אונטערוועגנס, און איבער דער שינאווער רב'ס נסיעה קיין ארה"ק אום תרכ"ט.
א גוטן טאג
~🌴~