זונטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל קליין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרבני הנכבד ר' שמואל חיים בראך הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און זיין גאנצע משפחה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, צווישן אנדערע האט הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א - מו"ץ לעניני סת"ם שע"י קהלתינו הק' ב"ב ומקרובי משפחה געוויזן פארן רבי'ן פארשידענע פסול'ע מזוזות און דער רבי האט צוגעוויזן פארשידענע ענינים.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די 'חומש סעודה' פאר די אריבער פינף הונדערט תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל,
ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' יואל עפשטיין הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט די זכות פונעם מעמד,
דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 5:15 האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים לויה פון האשה החשובה הרבנית מרגליות ע"ה נכדת רביה"ק בעל עצי חיים זי"ע ומנהלת בבית רחל שע"י מוסדותינו הק' ב"פ רבות בשנים,
דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד לפני מיטתה ארויסברענגענדיג אירע פילע פעולות לטובה פאר חינוך הבנות אין מוסדותינו הק' אין ב"פ, און דערנאך מלוה געווען די מטה.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אינעם אחדות קאנטרי אין ק"י צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנכבד ר' שמואל חיים בראך הי"ו פון ב"פ,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע בר"י יאקאב הי"ו און הרה"ח ר' יוקל ברי"ב הירש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מנחם ליבערמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' מנחם מנלי בראך הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' הערשל בר"י פיש הי"ו און הרה"ח ר' הערשל ברש"ח פיש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת עמודי דגירסא אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הר"ר שלום לאנדא שליט"א,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די בחורים אין די לימודים און געוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~