שבת קודש פרשת עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת עקב=
עש"ק אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביי ש"ב הרה"צ ר' העניך טייטלבוים שליט"א מ'קירעלהאז לרפו"ש און זיין זומער דירה אין ק"י,
עס האט זיך פארמירט א הערליכע שמועס בסיפורים און עובדא'ס פון רבותיה"ק עצי התמרים זי"ע און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן קירעלהאז'ער רב שליט"א און פאר די גאנצע משפחה.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יו''ט ליפא ב"ר שמואל מרדכי שטיין הי"ו.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:25.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח יואל ט"ב שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א - מו"ץ לעניני סת"ם ב"ב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אין הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אליעזר דוד חעשין הי"ו - ירושלים.
ברכת המזון: הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' סענדר'ל מ'קאמארנע זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג כ"א אב.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ציעשנוב'ע רב שליט"א צו פארציילן סיפורי צדיקים.
קה רבון עלם: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט"א.
שלישי: החתן ישראל ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יעקב אליעזר ב"ר מענדל וואלף שטערן הי"ו.
חמישי: החתן שמואל בהרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א.
שביעי: ר' חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' צדוק היילברוין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן שמואל פישער הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ז דרוממער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב שווארץ הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' אלי' ברח"א שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק פישער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו - אוסטראליע.
לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרב אלימלך האלבערשטאם שליט"א - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ה פריינד הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והיה עקב תשמעון' און נאכגעזאגט אז אין 'והיה עקב' איז מרומז התנא רבי עקיבה, און ארויסגעברענגט אז רבי עקיבא פסק'נט כשיטת רבי מאיר אז אפילו כשאין עושין רצונו של מקום קרואים בנים, במילא איז נישט דא די קשיא ראש השנה 'אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי? ווייל דאס איז נאר ביי א עבד למלך אבער ביי א בן לאב איז נישט דא די קשיא,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז מען האלט שוין נאך חמשה עשר באב און מען גרייט זיך שוין צו די הייליגע טעג, און מען נעמט טאקע ארויס חיזוק פון די שיטת רבי עקיבא אבער מען דארף זיך נאך אלץ מאכן א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט, און זיך אנהייבן צוצוגרייטן צום יום הדין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה נתן פישער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שמואל בהרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
נאכן בענטשן האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן וועלכע וויילט אין די וואכן אויף אפרוה אין ק"י.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
א גוטע וואך.
~🌴~