פרייטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג עקב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל קויפמאן הי"ו.
ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי יצחק ראזענבערג הי"ו.
ב"ר דוד יצחק ווערצבערגער הי"ו
ב"ר אביגדור כהנא הי"ו
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בתופים ומחולות לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, בן הגה"צ חדב"ן רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה והודאה און עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א - מנהל הישיבה, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליטא,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
אין די פארמיטאג שעות האבן זיך געשטעלט צום פארהער בביתו נאוה קודש הב' הערשל ב"ר בעריש ברמ"ל גליק
הי"ו, און הב' ישראל ב"ר שלום יצחק בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו, אויף שו"ע או"ח הלכות שבת.
א גוט שבת.
~🌴~