מיטוואך עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך עקב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
בהר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א.
ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו - תאומים.
ב"ר יואל כ"ץ הי"ו.
ב"ר יואל זאלדאן הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא דרעזנער הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא בראך הי"ו.
ב"ר חיים בנציון איצקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
ארום 4:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל - דועלק בשכונת בלומינגראוו, אויף א ביקור ניחומים נאך די הקמת המציבה פון אביו הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל,
עס זענען אנוועזנד געווען די גאנצע משפחה בני האבד"ק טשאקאווע זצ"ל,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער עובדות וסיפורים פון די גרויסע זיידעס לבית צאנז - שינאווע, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומים.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו מאנסי, און הרה"ח ר' יואל פריינד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד 'חלוקת מעות' נתנדב דורך הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, ווי עס איז פארטיילט געווארן קרוב צו א האלב מיליאן דאלער פאר עטליכע קבוצות רבני ולומדי כוללינו פון ק"י און וומ"ס, נאכן זיך פארהערן אויף פארשידענע מקצועות געלערענט במסגרת הכולל,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער רבי פארטיילט די געלט פאר די רבני ולומדי הכולל, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לומדי תורה און מסיים געווען בדברי ברכה אז מען זאל זוכה זיין צו מסיים זיין נאך מקצועות.
אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן שווארץ הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש.
נאך מעריב האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא מפאר זיין בראש השמחה ביי נכדת גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הכלה בת חתנו האדמו"ר מ'זעהוויל שליט"א,
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין ביהמ"ד שינאווע אין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען בני כ"ק אדמו"ר משינאווע זצ"ל,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי בית סיגוט צאנז און געוואונטשן ברכת תנחומים.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת החתונה פארגעקומען אינעם שאטער הגדול פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון ארה"ק און אלע חשובע רבנים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס און רבנים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די מצוה טאנץ לפני הכלה פאר א לענגערע צייט, און געטאנצן עקסטער מיטן חתן און מיט האדמורי"ם מסקווירא און וויזניץ שליט"א און דערנאך געטאנצן מיט האדמו"ר מ'זעהוויל שליט"א ויו"ח פאר א לענגערע צייט,
ארום 2:05 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~