דינסטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג עקב=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן געטרייען משמש הביהמ"ד הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הלכות מזוזה.
ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:00 אזייגער און איז אפגעווארט געווארן דורך א גרויסער ציבור אנשי שלומינו ותלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה און אריבער שלום נעמען.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:50, און מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מעריב זענען אלע בחורים אריבער שלום נעמען און וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים זאגענדיג אז משטייט היינט אין חמשה עשר באב וואס עס איז מסוגל פאר שידוכים.
ארום 11:30 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, עב''ג בת הרה''ג רבי שלום האלבערשטאם שליט''א - ב"פ, חתן הרה"צ רבי יודא חיים האלבערשטאם שליט"א - אב"ד נאסויד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די יחוס און מעשיות פון די גרויסע זיידעס פון אלע צדדים,
מען האט מקבל קנין געווען און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די כלה,
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~