מאנטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג עקב=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: ר' אברהם בערגער הי"ו - ב"פ.
פתיחה: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א - ק"י.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' אהרן איזראעל הי"ו - מאנסי.
לוי: הב' שמואל מאיר ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו - ב"פ.
גלילה: הב' יואל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע ענינים פון עדות ביי א כתובה.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים מציונים מתלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב פון ק"י בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א ווי זיי האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע יו"ד ח"א הלכות מליחה, בשר וחלב, און טריפות,
דער רבי האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, און אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינטיגע צייטן,
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער ווי דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פארן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:25.
בעל תפילה: הבה"ח עמרם יואל ב"ר יצחק יודא שאלאמאן הי"ו - ב"פ.
א גוטע נאכט.
~🌴~