זונטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג עקב=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:15.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר עמרם טירנויער הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער זיך געזעגענען, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הרה"ק רבי הערש'עלע ליסקער זי"ע וואס די יארצייט איז דינסטאג י"ד אב.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הב' משה ב"ר דוד פארקאש הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
בעל תפילה: הר"ר חיים אלישע שטערן שליט"א - רב דקהל חסידים בעיסוואטער.
נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען טעלעפאניש בני הרה"צ רבי זלמן האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק טשאקאווע.
א גוטע נאכט.
~🌴~