שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף ברך משה.
ערב שבת נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה,
הב' רפאל ב"ר נחום אלישע הורוויץ הי"ו - וומ"ס.
הב' אשר יונה ב"ר בנציון ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
הב' יוסף מנחם ב"ר יואל כ"ץ הי"ו - וומ"ס.
הב' חיים אלי' ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו - ק"י.
הב' יעקב אליעזר בהר"ר ליפא בערקאוויטש שליט"א - ק"י.
הב' מרדכי אפרים פישל ב"ר שמחה לאנדא הי"ו - ק"י.
הב' אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארץ הי"ו - ק"י.
הב' מאיר פנחס חיים בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - מאנסי.
הב' יצחק ב"ר יואל גוטמאן הי"ו - ק"י.
הב' אהרן ב"ר יואל יצחק גרינוואלד הי"ו - ק"י.
הב' יואל בהר"ר מענדל ווערצבערגער שליט"א - מאנטריאל.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"צ ר' אהרן מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה ב"פ, בן הגה"צ רב דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו החתן מאיר אליעזר ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א - דומ"ץ טאשנאד מאנסי.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען גייט בתר כמות אדער בתר איכות.
קה אכסוף: הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א - ק"י, ר"מ בישיבה.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי הערש'עלע ליסקער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג י"ד אב.
קה רבון עלם: הר"ר זלמן לייב פריעדמאן שליט"א - מאנטריאל.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר הערשל קאהן שליט"א ק"י, ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
~וביום השבת~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום משה פעלדמאן הי"ו - ק"י.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א - מנהל הישיבה.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
כהן: הבה"ח חיים אלי' ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו - ק"י.
לוי: הב' אברהם שמעון ב"ר יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו - ק"י.
שלישי: ר' ליפא ברי"ז פריעד הי"ו - ק"י.
רביעי: הב' ברוך ב"ר אהרן דוד גרינפעלד הי"ו - לאנדאן.
חמישי: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו - ק"י.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארץ הי"ו - ק"י.
הוספות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הרה"צ ר' אהרן מייזליש שליט"א.
הרה"ג דומ"ץ טאשנאד שליט"א.
הב' הבר מצוה ב"ר עמרם טירנויער הי"ו - ק"י.
הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
הבה"ח שמואל ישעי' ב"ר יואל רעטעק הי"ו - וומ"ס.
הר"ר בעריש גראס שליט"א - מאנטריאל.
הרה"ח ר' ליפא סופר הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו - ק"י.
הב' המשב"ק ליפא דייטש ני"ו.
הב' מאיר דוד ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו - וומ"ס.
אחרון: ר' יעקב בר"ב גלאנץ הי"ו - ק"י.
מפטיר: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו - ק"י.
הגבה: הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו - ק"י.
גלילה: הב' בהר"ר הערשל קאהן שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג דומ"ץ טאשנאד שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:05,
מען האט געזינגען ניגוני נחמה וגאולה און אידישע ניגונים,
דער רבי האט טועם געווען קוגל און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען האט א דין בנים למקום.
ברכת המזון: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:55.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' אברהם יוסף שאלאמאן הי"ו - וומ"ס.
בעל קורא: החתן מאיר אליעזר ט"ב שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו - ק"י.
לוי: הב' מרדכי הערש ב"ר אלי' יודא ראטה הי"ו - ק"י.
שלישי: הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
גלילה: הב' יצחק דניאל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו.
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש,
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הר"ר בעריש גראס שליט"א.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו - ק"י.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די הפטורה 'נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם' און נאכגעזאגט אז נחמו נחמו עמי יאמר איז בגי' תפילין, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די סגולה פון מצוות תפילין איז אז עס איז מקשר צו הקב"ה און דאס ברענגט אז ווען מען איז מתפלל איז הקב"ה מתפלל צוזאמען מיטן מענטש במילא ווערן די תפילות נתקבל, און ווען עס איז דא תשובה מיט תפילה צוזאמען פעלט נישט אויס קיין יסורים ח"ו אפילו אויף די הארבע עבירות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און הב' מאיר ב"ר אנטשיל קארפען הי"ו - ק"י.
הב' דוד ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו - ק"י.
הב' לוי יצחק ב"ר משה יוסף לאנדא הי"ו - ק"י.
הב' יוסף זונדל בהר"ר דוד הירש שליט"א - וומ"ס, האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
דערנאך איז דער רבי ארויסגעגאנגען צום דערנעבענדיגן פארקינג לאט פונעם האטעל ווי דער רבי האט מחדש געווען די לבנה.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
א גוטע וואך.
~🌴~